Kakor på uppsala.se

Vi använder nödvändiga kakor (cookies) för att webbplatsen ska fungera.

Vi skulle vilja sätta lite fler kakor för olika funktioner som hjälper dig som användare.
Vi vill också sätta kakor för statistik så vi kan analysera och förbättra webbplatsen.
Du kan när du vill ändra dina inställningar.

אידיש (jiddisch)

היים בלאט

ברוך הבא צו אופסאלא! דא וואנען מער ווי 200000 מענטשען און די קאמונע איז פאראנטווארטליך פאר צום ביישפיל קינדערפארזארג, שולע און עלטערפארזארג. די קאמונע פאסט אוף די ליפערונג פון וואסער און אפלוף, קערט די גאסען, נעמט אכטונג אוף מיסטקאסטענס און האלט ריין, שוטסט די אומגעבונג און נעמט אכטונג אוף די פייערשוטס. אונז האבען אוך ביבליאטעקען און אראנדזירען פארשידענע אקטיוויטעטען פאר די פרייע צייט. אונז טון אוך אוסוויקעלען די מעגליכקייטען פאר די געשעפטליכע וועלט, ענערדזי פראגען און באוואנונג. און נאך א זאך מער. פאר אונז איז עס וויכטיג אז דער וואס וואנט אין אופסאלא קאמונע איז צופרידען מיט די סערוויס וואס די קאמונע טוט אפערירען.

דא קענט איר ליינען מער וועגען פונקציונען אין די פעלדער וואס די קאמונע האט פאראנטווארטליכקייט פון. די לינקען טוט פארבינדען צו נאך אינפארמאציע אין שוועדיש. איר קענט קריגען הילף אין איירע שפראך אוב איר ווילט רעדען מיט די קאמונע. טוט זיך פארבינדען מיט די אבטיילונג פון די קאמונע וואס איר ווילט רעדען מיט און זיי וועלען פארשאפען א  איבערזעצער אוב עס איז נייטיג. 

לערנט שוועדיש

שוועדיש פאר אימיגראנטען, ''ס פ י'' , איז א גרונד-בילדונג אין די שוועדישע שפראך און וועגען די שוועדישע ווירטשאפט פאר געוואקסענע וואס נישט האבען שוועדיש אלז מאמעלאשן. אוב איר זענט איינגעשריבען אין אופסאלא קאמונע, האט א דיפלאמא פון ''דזימנאסיום'' אדער צוגעפאסט, האט א פערמאנענטא ''פערזאן-נומער'' און זענט מער ווי 20 יאר אלט, קענט איר דארט שטודירען. אוב איר טוט נישט מקיים זיין די פאדערונגען דארט צו שטודירען, קענט איר זיך ווענדען צו די צענטראלע פאר צוצופאסונג אין די שולע פאר צו לערנען שוועדיש.

מער אינפארמאציע פון די וועבזייט פון ''ס פ י''  

געזונט און פארזארג

די קאמונע מוז פארזארגען דאס אלע איינוואנער קריגען דער שטוטסונג וואס איז נייטיג צו קענען נעמען פאראנטווארטליכקייט פאר די אייגענע מצב. די נייטיגקייט פון שטוטס קען צום ביישפיל האבען צו טון מיט אלטערטום, פארקריפלונג, פארשיקרונג אדער געוואלט אין די היים. די שטוטס קען זיין צום ביישפיל היימדינסט, פלעצער ווי זיך צו טרעפען, שמועס-טעראפי אדער נאמן.

ליין ווייטער וועגען געזונט און פארזארג.

חנוך

קינדער צווישען 1 און 5 יאר אלט קענען קריגען פלאץ אין א קינדערגארטען. פון דריי יאר אלט האבען זיי רעכט צו א פלאץ. קינדער צווישען 6 און 15 יאר אלט מוזען גיין אין גרונד-שולע (כתה 1-9) לפי די שוועדישע געזעטץ. יוגענט וואס האבען געענדיגט די גרונד-שולע קענען זיך וועלען צו גיין אין ''דזימנאסיע''-שולע. נאך דעם גיבט עס א ברייטע אוסוואל פון בילדונג. האך-שולע, אוניווערסיטעט, פאלק-האך-שולע און בילדונג פאר ערוואקסענע זענען א פאר. עז גיבט זיי פריוואטע, זיי ווירטשאפטליכע שולען פאר אלערליי עלטערען און אין אופסאלא קען מען זיך וועלען וועלכע מען וויל נוצען.

ליין ווייטער וועגען חנוך

ארבייט

די ארבייטספארמיטלונג פאסט אוף אז דער וואס זוכט ארבייט קריגט פארבינדונג מיט די וואס זוכען אנגעשטעלטע. די ארבייטספארמיטלונג ווערט געפירט דארך די מדינה און איז בחינם צו נוצען. די קאמונע זוכט אפט נייע מיטארבייטער און ווערקט צוזאמען מיט די ארבייטספארמיטלונג.

ליין ווייטער וועגען די ארבייטספארמיטלונג  

וואנפלאץ

אין אופסאלא איז פארהאנען א ווארטע-רייע צו קענען קריגען הילף פון די קאמונע צו א וואנפלאץ. די וואנפלעצער ווערען פארדינגען דארך די ארגאניזאציע ''אופסאלאהעם''. עס גיבט אוך פריוואטע מעקלער פון פארדינגונגס-רעכטען.

מער אינפארמאציע וועגען ''אופסאלאהעם''

מער אינפארמאציע פאר שטודירענדע

אוב איר האט די מעגליכקייט צו קאופען א דירה אדער א האוס זענען די מעגליכקייטען שנעל צו קענען טרעפען א וואנפלאץ גרעסער. עס גיבט עטליכע פריוואטע מעקלער וואס קענען צוהעלפען מיט דעם. 

ביבליאטעקען און קולטור

אין די ביבליאטעקען קענט איר צום ביישפיל בארגען בוכער, ליינען צייטשריפטען אין פארשידענע שפראכען און זוכען אינפארמאציע. די קאמונע שטעלט אוך צו פארשידענע זאכען צו טון אין די פרייע צייט, צום ביישפיל באזוכען מאזעומען, קאנצערטען און מאכען ספארט.

ליין ווייטער וועגען קולטור און ספארט 

די ארגאניזירונג פון די קאמונע

די קאמונע ווערט געפירט דארך די פאלמעכטיגע. דארט האט 81 מיטלידער פון פארשידענע פאליטישע פארטייען זייעערע פלעצער. יעדער איינער וואס איז איינגעשריבען אין אופסאלא און איז עלטער ווי 18 יאר איז בארעכטיגט צו שטימען פאר זיי יעדער פערדע יאר. אוך אוסלענדישע בורגער מעגען שטימען אין די קאמונאלע וואלען. די וואס געבען אכטונג אז די באשלוסען פון די פאלמעכטיגע ווערען אדארכגעפירט, ווערען גערופען קאמיטעען אדער בעסטורען. די קאמונאלע בעסטור פירט און שטעלט צוזאמען אלע ארבייט אין די קאמונע און האט א ספעציעלע פאראנטווארטליכקייט פאר די קאמונאלע עקאנאמי. עס בעשטייט פון 15 מיטלידער. עס גיבט אוך נאך 14 קאמיטעען און 2 באסטורען מיט פארשידענע פעלדער פון פאראנטווארטליכקייט. עס גיבט אוך 9 ביראען און 2 פארוואלטונגען מיט אמטס-פערזאנען וואס פירען די טאג-טעגליכע ארבייט. די ארבייטס-אופגאבען קענען זיין צו געבען רשות אוף צו באוען, געבען עקאנאמישע הילף אדער צו ארגאניזירען די עלטערפארזארג.

ליין ווייטער וועגען די ארגאניזאציע פון די קאמונע